ס׳איז לעצטנס דערשינען דער 25סטער נומער פֿונעם ליטעראַרישן קוואַרטאַלניק „ייִדישלאַנד“, לכּבֿוד דעם 110טן יאָרצייט פֿונעם גרויסן שרײַבער יצחק־לייבוש פּרץ. דער הויפּט־אַרטיקל, פֿונעם ייִדיש־פֿאָרשער נתן כּהן (בר־אילן אוניווערסיטעט), באַשרײַבט דעם געזעלשאַפֿטלעכן וויכּוח וואָס האָט זיך געטאָן אַרום דעם אײַנשטעלן אַ מצבֿה י.־ל. פּרצן.
זייער ברייט איז אין דעם נומער פֿאָרגעשטעלט פּאָעזיע. אין אים זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט נײַע לידער פֿון באָריס קאַרלאָוו (בלומינגטאָן, אינדיאַנע – ירושלים), יעל מערליני (בערלין), קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ (בערלין), הלל קאַזאָווסקי (ירושלים) און י.־ל. שניי (בערלין). עס ווערן אויך געדרוקט איבערגעזעצטע לידער פֿונעם רוסיש־ייִדישן דיכטער אָסיפּ מאַנדעלשטאַם (1891 – 1938) און פֿון דער פּויליש־ייִדישער דיכטערין זוזאַנאַ גינטשאַנקאַ (1917 – 1944) וואָס איז אומגעקומען אין חורבן.
אינעם נומער געפֿינט זיך אויך אַן עסיי פֿון דער אוקראַיִניש־ישׂראלדיקער שרײַבערין אינע לעסאָוואַיאַ, געווידמעט אַן אַנטאָלאָגיע פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע איבערגעזעצט אויף אוקראַיִניש — „צווישן צעבראָכענע מצבֿות“, וואָס איז דערשינען ניט לאַנג צוריק בײַם קיִעווער פֿאַרלאַג „דוך אי ליטעראַ“, וועלכער האָט אין פֿאַרלויף פֿון די לעצטע יאָרן אַרויסגעגעבן ניט ווייניק איבערזעצונגען פֿון ייִדיש.
אין דער רובריק פֿונעם זשורנאַל „פֿאַר קינדער און קינדס־קינדער“ האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט וועלוול טשרענינס ליד „אַלף־בית מיט בעלי־חיים און פֿייגל“. דאָס איז אַ ציקל פֿון 22 פֿיר־שורותדיקע פֿערזן, לויט דער צאָל פֿון די אותיות פֿונעם אַלף־בית. אָט, למשל:
לייב
צו זײַן דער מלך פֿון די חיות
ס’איז זיכער אָן אַ שיעור אַחריות.
אָבער דער לייב איז צוגעוווינט.
מע האָט אים שוין פֿון לאַנג געקרוינט.
די הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּראָזע איז פֿאָרגעשטעלט אינעם נומער מיט נײַע קאַפּילטען פֿונעם ראָמאַן „טיק-טאַק“ פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום (ישׂראל) און “די בלאָנדזשענדע אַווענטורעס פֿון פֿײַוול אתרוגער“ פֿון קלאַראַ־בעל (פֿש”אַ), ווי אויך וועלוול טשערנינס פֿאַנטאַזיע „קראַטער שלום־עליכם“.
אין דעם נומער ווערט פֿאַרענדיקט די פּובליקאַציע פֿונעם על־פּי נס אָפּגעהיטן פּאַרטיזאַנישן טאָגבוך פֿון דעם ייִדישן פּראָזאַיִקער הירש דאָבין (1905 – 2001), וואָס ער האָט געפֿירט אין ווײַסרוסישע וועלדער אין 1943. און ווי געוויינטלעך קען מען לייענען די באַשטענדיקע רובריקן „נײַע ביכער“, „אַ נײַ זינגליד“ און „מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן יאָרהונדערט“.
The post Magazine ‘Yidishland’ describes the dispute that swirled around I. L. Peretz’s gravestone appeared first on The Forward.
from The Forward https://ift.tt/3Zn2zjd